בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#194 - שמחה פארברענט אלע קליפות
שמחה, אמונה, מוהרא"ש, קליפות, פרשת חיי שרה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין געווען שבת אין שטעטל, ביי צוויי משפחות איז געווען א שמחה, עס איז געווען צוויי ברית'ן, עס איז געווען הערליך שיין, מען האט זיך זייער מחזק געווען מיט אנשי שלומינו; א שבת מיט אנשי שלומינו איז זייער געשמאק און זייער פרייליך, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען, מען האט אסאך גערעדט פון רבינ'ס עצות און פון רבינ'ס התחזקות.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן מיט זיין פרייליך, ווייל שמחה פארברענט אלע קליפות, און מוהרא"ש זאגט אז דאס איז דער סימן ווי אזוי א מענטש קען זיך מעסטן צי ער איז ביי די קדושה צי חס ושלום ביי די טומאה, ער זאל קוקן אויב ער איז פרייליך. ווייל שמחה פארברענט אלע קליפות, וואס זייער גאנצער זאך איז עצבות ומרה שחורה, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה סה, כה): "וְנָחָשׁ עָפָר לַחְמוֹ", 'עפר' דאס איז 'עצבות ועצלות', וואס דאס קומט פונעם יסוד העפר (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קפט).


די וואך איז די פרשה: "וַיִּהְיוּ חַיֵּי שָׂרָה" (בראשית כג, א), רש"י זאגט (דבור המתחיל 'שני חיי שרה'): "כולן שוין לטובה", זאגן צדיקים פשט: 'עס איז איר שטענדיג גוט געווען'; ווייל מיט אמונה איז גוט. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג), ווער עס האט אמונה - לעבט א גוט לעבן, מען פארברענגט די טעג מיט גוטס; ווייל ווען עס גייט גוט, עס גייט ווי מען וויל - איז דאך גוט, און אפילו ווען עס גייט נישט ווי מען וויל, מען האט שווערע טעג, מען האט ווייטאג און יסורים - איז ווייטער גוט; ווייל מען פארלאזט זיך אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן און העלפן, ווייל אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, אלעס קומט פון אים - מוז זיין אז אלעס איז נאר לטובה; אבער ווער עס האט נישט קיין אמונה - לעבט נישט, דאס לעבן איז אים נישט קיין לעבן; ווייל אז עס גייט אויף אים אריבער עפעס שלעכטס - האט ער נישט מיט וואס זיך צו טרייסטן, ווייל ער האט נישט קיין אמונה, האט ער גארנישט, ער לעבט אנעם אייבערשטן; אבער מיט אמונה איז די לעבן אזוי שיין און זיס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#193 - אשרינו שזכינו אז מיר שיקן דא די קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, מוהרא"ש, בושה, קידוש השם

בעזרת השם יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשע"ה לפרט קטן - לכבוד... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה פון דיר, בפרט אז איך זע דיך יעדן טאג דאווענען שחרית, און ברוך השם אז דו האסט זוכה געווען אריין צו לייגן דיין זון אין מוסד; נישט יעדער איז זוכה צו דעם, אבער ברוך השם אז מיר האבן די זכי'; וועלן אונזערע קינדער מיטן אייבערשטנ'ס הילף האבן א געפיל צום רבי'ן, צו אומאן און בכלל צו היכל הקודש.


ליידער זעט מען אז די אלע וואס שיקן נישט זייערע קינדער און בחורים אין די ברסלב'ע מוסד, די קינדער שעמען זיך מיט זייערע עלטערן, ווייל אדער א חבר אדער א מגיד שיעור מאכט חוזק פון אומאן און פון מוהרא"ש און פון הפצה, בויט זיך אויף אין די קינד א שטילע בושה, און ער ווארט קוים חתונה צו האבן און אנטלויפן פון היכל הקודש.


אשרינו שזכינו אז מיר שיקן דא די קינדער, דארפסטו זייער פרייליך זיין, און עס איז זייער א גוטע זאך אז דו ביסט מחזק הבחור ... נרו יאיר, עס איז אויף אים א רחמנות ווייל ער האט נישט קיינער ווער עס זאל זיך אומקוקן אויף אים.


זע צו מאכן א קידוש השם אויף ברסלב, יעדער וואס קומט אריין אין געשעפט זאל דיך ליב האבן, רעד איידל און גיי שיין צאמגענומען, קענסטו גורם זיין אז נאך מענטשן וועלן מקורב ווערן, וואס דאס איז די גרעסטע זאך.

#192 - איך האב ליב דיין תמימות
משניות, מוהרא"ש, תמימות, תפילה, ציון

בעזרת השם יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מרחשון, שנת תשע"ה לפרט קטן - לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בענק מיך נאך דיך, און איך האב ליב דיין תמימות ווי דו פירסט זיך ווי אן ערליכער איד בתמימות ופשיטות, דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן סימן קנג; קנד) אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער איז געווען א פראסטאק און אסאך גערעדט צום באשעפער און זיך געפירט פשוט.


דערפאר זע ווייטער אנצוגיין מיט דיין תמימות, און יעדע זאך וואס דו דארפסט - בעט דעם באשעפער אויף אידיש, און זאלסט נישט אויפגעבן, דעם באשעפער דארף מען אסאך מוטשען. אויך דאנק און לויב דעם באשעפער פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, ביסט נישט לאנג צוריק געווען א בחור אין ישיבה און געטראכט: 'ווער וועט מיך דארפן?' און יעצט האסטו שוין א שיינע שטוב מיט קינדערלעך קיין עין הרע; דארפסטו טאנצן פאר שמחה און ווייטער בעטן.


אויך זע צו לערנען תורה יעדן טאג; אביסל חומש און א דף גמרא און פרקים משניות, דער הייליגער רבי האט געזאגט (שם, סימן כג) וואויל איז דער מענטש וואס עסט יעדן טאג פרקים משניות, און טרינקט אפאר קאפיטלעך תהלים, און טוט זיך אן מיט מצות.


מוהרא"ש זאגט אז משניות איז מְשַׁנֶה דעם מענטש אינגאנצן, און עס טוט רייניגן דעם מענטש פון זיינע עבירות, דערפאר זע צו זאגן אפאר פרקים משניות יעדן טאג, אפילו ביסט פאריאגט צו ברענגען פרנסה, מיט דעם אלעם כאפ אריין אביסל משניות יעדן טאג.


אויך זיי נישט קיין בטלן און כאפ דיך ארויף צום ציון פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו, דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק א, סימן קעג), אפילו א מענטש וואס מען הערט נישט אויס זיין תפילות, אבער ביי א קבר פון א צדיק נעמט מען אן יעדנ'ס תפילות; מען זעט מענטשן פון גאנץ ברוקלין קומען צו פארן קיין קרית יואל צום ציון פון רבי'ן און וויינען זיך אויס דארט אויף זייערע צרות, און די מענטשן פון קרית יואל וואס דער ציון איז ביי זייער טיר - זיי גייען נישט און דרייען זיך ארויס מיט אלע תירוצים וכו'.


דערפאר, זיי קלוג און ווען דו האסט אביסל צייט - לויף ארויף דארט און גיס זיך אויס דיין הארץ פארן אייבערשטן, און פארצייל אים אלעס וואס דריקט דיר.


אויך העלף דיין ווייב און געב איר גוטע ווערטער, און האב סבלנות, וועסטו סוף כל סוף אויספירן.


הצלחה פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיך.

#191 - דאס גרויסקייט פון הפצה
הפצה, מוהרא"ש, לימוד התורה, בושה, שיעורים כסדרן

בעזרת השם יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מרחשון, שנת תשע"ה לפרט קטן - לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


זאלסט וויסן אז מוהרא"ש שעפט פון דיר אסאך נחת, מוהרא"ש רעדט כמה פעמים צו מיר פון דיין התמדת התורה, ווי פלייסיג דו לערנסט; דאס איז א חידוש, ווייל כמעט וואס מוהרא"ש זאל רעדן פון א צווייטנ'ס לערנען.


דערפאר ..., שטארק דיך אין לערנען ווייטער שיעורים כסדרן, אפילו דו ארבעטסט און דו ביסט שוין פארנומען על המחיה ועל הכלכלה, איז אויך דא גענוג צייט צו לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא וכו', און יעצט אז מען האט גערוקט די זייגער און עס איז דא לאנגע פרייטאג צו נאכטס און מוצאי שבתים - קען מען אויך ענדיגן זוהר הקדוש מיט אלע מדרשים אויף די פרשה.


אויך זאלסטו וויסן אז דער רבי האט אונז געהייסן גיין הפצה, דער רבי פלעגט אונז פארשעמען און אנרופן "איר זענט טריקענע ביימער" - שרייבט רבי נתן אין חיי מוהר"ן (סימן תקנג); ברסלב'ע חסידים אין אלע דורות האבן דאס געטון מיט מסירות נפש, זיך מבזה געווען און נישט געקוקט אויף א צווייטן, נאר געפאלגט דעם רבי'ן וכו', און עס גייט אן אזוי עד היום הזה.


מילא א אינגערמאן וואס זיין ווייב איז נישט פון א ברסלב'ע שטוב, אדער א בחור וואס טראכט: 'אפשר וועט דאס זיין אן עיכוב אויף מיין שידוך', און דער אינגערמאן האט מורא אז זיין ווייב וועט קרומען מיט די נאז, און דער שווער וועט לאכן - נו! איז אויך נישט קיין תירוץ, אבער מען קען עס נאך פארשטיין; אבער א אינגערמאן וואס די ווייב וועט אים נאר מחזק זיין אויף דעם, און ער האט נישט די תירוצים - פארוואס זאל ער נישט פאלגן דעם רבי'ן און ר' נתן און מוהרא"ש?


דערפאר ..., זיי נישט קיין בטלן און נעם א זעקל ספרים, קונטרסים, סידי'ס, און גיי אויף די הייזער, אביסל איז אויך גוט, אפילו פופצן מינוט א טאג וכדומה; דאס וועט דיר צוניץ קומען בזה ובבא. אדרבה, קוק אריין און שאלות ותשובות אשר בנחל אדער אנדערע ספרים פון מוהרא"ש, יעדע צווייטע בריוו שרייבט מוהרא"ש דאס גרויסקייט פון הפצה.


איך געדענק דיך ווען דו ביסט געקומען אויף אומאן, און דו ביסט געווען פריש און דו האסט נאך שטארק געברענט - ביסטו געגאנגען הפצה אויף רחוב פושקינא אן קיין שום בושה, אשריך ואשרי חלקך.


טראכט איבער וואס איך זאג דיר און נעם דיך אין די הענט, ווייל נאר דאס וועט בלייבן פון אונז.


הצלחה רבה פון דיין ראש ישיבה.

#190 - די בחורים זאלן גיין נאך געלט
מוהרא"ש, חובות, ישיבה, בחורים, גיין נאך געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ח' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


משה שמואל שטעסל נרו יאיר, מגיד שיעור ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב הנאה צו הערן יעדן טאג די הודעה וואס דו שיקסט, א באריכט פונעם טאג אין ישיבה; אזוי האלט איך מיט פון דער נאנט יעדע פרט ופרט וואס טוט זיך אין ישיבה.


איך וויל דו זאלסט צוריק מחזק זיין די בחורים זיי זאלן אלע גיין נאך געלט, דו ווייסט אז דאס איז געווען די רצון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אז אלע תלמידי הישיבה זאלן עוסק זיין אין גיין נאך געלט, און יעדע מאל איך בין געקומען מזכיר זיין ביי מוהרא"ש אז מיר זענען אין א לאך פון חובות, מיר קענען נישט צאלן די רענט, די לעקטער, די איינגעשטעלטע - האט מוהרא"ש מיך פארגעהאלטן פארוואס איך פארלאנג נישט פון די בחורים זיי זאלן גיין נאך געלט, עד כדי כך, איך פלעג זיין זייער שטרענג אויף דעם, און אז א בחור האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט און נישט געגאנגען נאך געלט - פלעג איך אוועק שיקן פון ישיבה.


הער א מעשה, אמאל האב איך פארשיקט א בחור פארן נישט גיין נאך געלט, איז דער בחור געגאנגען צו מוהרא"ש זיך באקלאגן אז איך האב אים פארשיקט פון ישיבה, ער האט אבער נישט געזאגט פארוואס איך האב אים פארשיקט, און נאכן ליל שישי שיעור ווען מיר פלעגן אריינגיין צו מוהרא"ש זאגן גוט שבת און נעמען א ברכה - האט מוהרא"ש מיר געפרעגט פארוואס איך האב אים פארשיקט, האב איך געזאגט אז ער גייט נישט נאך געלט, האט מוהרא"ש געזאגט: "אזוי?" ווי איינער פארוואונדערט זיך, "זייער גוט האסטו געטון, ווייל א בחור וואס איז אן אוכל ואינו עושה - זאלסטו נישט האלטן אין ישיבה".


פארשטיי ווי חשוב די זאך פון גיין נאך געלט איז געווען ביי מוהרא"ש, ווייל א צווייטע מעשה איז געווען, אז איך האב פארשיקט א בחור פון ישיבה פארן רעדן ניבול פה, און דער בחור איז געגאנגען צו מוהרא"ש, און מוהרא"ש האט מיך גערופן און מיך פארגעהאלטן, און מיר געזאגט אז איך זאל יענעם צוריק נעמען, נאכדעם וואס מוהרא"ש האט מיר כמה פעמים געזאגט אז א בחור וואס רעדט ניבול פה זאל איך פארשיקן פון ישיבה.


איך בעט דיר זייער, זאלסט פארלאנגען פון די בחורים זיי זאלן גיין נאך געלט, דו זאלסט יעדן טאג צאמנעמען די געלט און צייכן אן די נעמען פון די בחורים מיט די סכומים, און מען וועט זען מיט וואס מען קען זיי באלוינען. דא אין ישיבה מאך איך ספעציעלע שבתים מיט די בחורים, פאר די וואס גייען נאך געלט; דוקא די וואס גייען נאך געלט, נישט די וואס ברענגען מעשר וכו', ווייל איך וויל אריינברענגען אין די בחורים זיי זאלן עוסק זיין אין גיין נאך געלט.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#189 - לאז זיך נישט נארן
מוהרא"ש, חומש רש"י, התבודדות, ספרי רבינו, יצר הרע

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, י' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מאך זיך א שיעור צו לערנען דעם רבינ'ס ספרים, מען איז א מקורב נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים, און אז מען איז מקורב צו בערל אדער שמערל, חצקל אדער זרח - דאס האט נישט מיט ברסלב, נישט דאס מיינט א ברסלב'ער חסיד, נאר דער וואס לערנט דעם רבינ'ס ספרים און פרובירט צו טון די עצות פון הייליגן רבי'ן, און לאזט זיך נישט פארדרייען פון קיינעם.


זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם, גיי התבודדות און בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיך נישט אפנארן דיין לעבן. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נאר; דו זאלסט נישט אויסקוקן ווי די וואס לויפן נאך דעם מענטש מיטן פארמאכטן האנט און ביים סוף עפנט מען די האנט און מען האט גארנישט, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן ו), דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו איינער וואס לויפט ארום מיט א פארמאכטע האנט, ער לויפט צווישן מענטשן, קיינער ווייסט נישט וואס ער האט אין דער האנט, און אלע מיינען אז ער האט עפעס וואס עס איז אינטערעסאנט פאר אים, און אלע לויפן אים נאך, און ביים סוף עפנט ער אויף די האנט, ער האט גארנישט אין האנט, און אזוי פאפט ער אויס יעדן איינעם, מען לויפט אים נאך א גאנץ לעבן ביז ווען מען גייט אוועק פון די וועלט קוקט מען זיך אן, און מען זעט אז מען האט ליידיגע הענט, און מוהרא"ש זאגט אז דאס מיינט מען אז מענטשן לויפן נאך זייער גאנץ לעבן איינעם וכו', און ביים סוף עפנט מען אויף די האנט און מען האט גארנישט, מען איז נאקעט, מען דערזעט זיך מיט ליידיגע הענט.


נעכטן בין איך געווען ביי די לויה פון ר' שלמה ברוך בלוי עליו השלום, איך בין נאכאמאל אזוי נתעורר געווארן צו זען וואס בלייבט פונעם מענטש, וואס מען נעמט מיט; א תלמיד היכל הקודש גייט אוועק פון די וועלט אנגעפילט מיט תורה און מיט תפילה. איך בין געווען ביי אים אפאר מאל באזוכן אין שפיטאל, איך האב געזען וואס איז א תלמיד היכל הקודש, ער איז געליגן מיט יסורים נוראים וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן, און געלערנט בלעטער גמרא מיט אזא התמדה, ווי א יונגער בחור וואס האט זיך יעצט דערוויסט פונעם דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), איך האב געזען די גרויסקייט פון תלמידי היכל הקודש.


דערפאר בעט איך דיר, לאז זיך נישט נארן, כאפ ארויס יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיטן תרגום - זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער, אזוי אז ווען עס קומט סוף וואך האט מען געענדיגט די סדרה, און מען איז זוכה צו מקיים זיין וואס די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ח.), דאס איז א סגולה פאר אריכות ימים, און דאס ראטעוועט א מענטש פון אלעם שלעכטס; ווייל אט איז מען דא, אט איז מען דארט, און אט פירט מען שוין צום אייביגן ארט. די הייליגע חכמים זאגן (בבא קמא צז:), אויף די מטבע פון אברהם אבינו איז געווען פון איין זייט אויסגעמאלן א בילד פון א בחור און א מיידל, און פון די אנדערע זייט - א בילד פון אן אלטן מאן און אן אלטע פרוי, און מוהרא"ש זאגט מורא'דיג, מוהרא"ש זאגט: אברהם אבינו האט געלעבט מיט די מחשבה: 'אט איז מען א בחור, און אט איז מען שוין אן אלטער איד', 'אט איז מען א מיידל, און אט איז מען אן אלטע אידענע', דאס איז פשט אין דעם מאמר חז"ל, אז ער האט געלעבט זיין גאנצע לעבן אז אט אט גייט מען שוין צוריק צום אייבערשטן און מען דארף זיך אנגרייטן תורה ומצוות ומעשים טובים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#188 - היילן דעם נפש
אמונה, מוהרא"ש, לימוד התורה, גמרא, דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


היינטיגע טעג זענען מענטשן פארנומען אז מען דארף זיך היילן, מען דארף היילן דעם נפש, מען דארף היילן וואס מען איז אריבער אין די פארגאנגענהייט, אין די יוגענט, עס קומען ארויס אלע סארט היילונגען, יעדער מומחה האט א וועג וואס ער איז זיכער אז מיט דעם ווערט מען געהיילט; זאלסטו אבער וויסן אז די איינציגסטע וועג ווי אזוי מען קען היילן די נפש פונעם איד און ווערן באמת אויסגעהיילט - איז דורך לערנען די הייליגע תורה; אזוי ווי מען זאגט ביים דאווענען: "ותן חלקינו בתורתיך, ושמח נפשינו בישועתך", דורך לערנען תורה ווערט מען אויסגעהיילט; אפילו איינער וואס ליגט אין א ביטערניש, עס איז אים טונקל און פינסטער, ער שפירט נישט קיין טעם אין לעבן, עס איז אים אזוי ביטער, ער שפירט ווי ער וואלט ענדערש געוואלט זיין אין בית החיים מיט די נפטרים; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען תורה יעדן טאג - וועט ער איבערגעדרייט ווערן פון איין עק ביזן אנדערן עק, ער וועט ווערן א לעבעדיגער מענטש, ער וועט שפירן א זיסקייט אין זיין לעבן. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין כד.) אויפן פסוק (איכה ג, ו): "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם, 'זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל'"; מען דארף פארשטיין, ווי אזוי קען מען זאגן אויף די הייליגע גמרא אז דאס איז א טונקעלע זאך, א טויטע זאך? זאגט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אז די הייליגע חכמים ווייזן א וועג פאר א מענטש וואס זאגט: "עס איז מיר פינסטער", "עס איז מיר טונקל", "איך שפיר זיך ווי א טויטער מענטש", "עס גייט אריבער אויף מיר שווערע ביטערע נסיונות, עס איז ממש ביי מיר מקוים געווארן דער פסוק: 'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם'", זאגט מען אים: "זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל", נעם א גמרא 'תלמוד בבלי' און הייב אן לערנען - וועט דיר ליכטיג ווערן, און דו וועסט ווערן צוריק לעבעדיג, ווייל אז מען לערנט תורה - באקומט מען א רוח חיים, א לעבעדיגע גייסט, און דאס איז די סוד וואס צדיקים זענען שטענדיג לעבעדיג און פרייליך, ווייל זיי לערנען זייער אסאך תורה, זיי זענען דבוק צו די הייליגע תורה, דאס ברענגט אריין אין זיי אזא פרישקייט און אזא לעבעדיגקייט, מען זעט אויף זיי שטענדיג א שיין אויפן פנים, און אויך אונז פשוט'ע מענטשן, אויב מיר וועלן לערנען תורה - וועלן מיר באקומען א רוח חיים, א לעבעדיגע גייסט; מען הייבט אן שפירן א טעם אין לעבן, און דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א סימן ח, אות ב), אז דאס איז געווען די פידל וואס איז געהאנגען ביי די בעט פון דוד המלך, וואס די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ג:), א רוח צפונית האט געבלאזן אינעם פידל פון דוד, און דאס האט אים אויפגעוועקט, עיין שם; אז דאס מיינט מען די הייליגע תורה, ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (צו לב.), אז די פינף שטריקן פון דוד המלך'ס פידל איז די חמשה חומשה תורה; דוד המלך האט געהאט אזויפיל צרות, אלע האבן געקריגט אויף אים, זיין גאנץ לעבן איז געווען צרות און יסורים; ווי אזוי האט ער זיך דערהאלטן? די תורה האט אים דערהאלטן, די תורה האט אריינגעבלאזן אין אים א רוח חיים, די הייליגע תורה בלאזט אריין א לעבעדיגקייט אינעם מענטש.


על כן ליבער ברודער, דו קענסט זיך היילן, דו קענסט ארויסנעמען אלע באהאלטענע ווייטאג וואס ליגט אין דיר, דו קענסט היילן דיין נפש דורך לערנען תורה, דורך לערנען אויפן סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגער רבי האט געגעבן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען האט נישט קיין מוחין צו פארשטיין דאס לערנען, דאס הייסט איינער וואס עס גייט אויף אים אריבער שווערע ביטערע פיין, און קען זיך נישט קאנצענטרירן צו פארשטיין און געדענקען דאס לערנען, זאגט דער רבי ער זאל זיך נישט מייאש זיין פון לערנען תורה, ער זאל לערנען תורה דורך גירסא, דורך זאגן די ווערטער, און במשך הזמן וועט ער ווערן אויסגעהיילט און אנהייבן צו פארשטיין דאס לערנען.


על כן זאלסטו נעמען א משניות און א גמרא און זיך מאכן א קביעות צו לערנען כך וכך, קוק נישט אויף דעם אויב דו פארשטייסט, און קוק נישט אויף דעם אז דו האסט נישט קיין טעם וכו', דו פאלג די צדיקים, טו די עצות וואס זיי זאגן - וועסטו זען אז עס וועט נישט נעמען לאנג און דו וועסט צוריק באקומען דיין טעם צו לעבן, דו וועסט שפירן א זיסקייט, עס וועט דיר ווערן ליכטיג אין לעבן; אויך וועסטו זוכה זיין צו באקומען א קלארע לויטערע אמונה, דו וועסט אנהייבן שפירן דעם אייבערשטן; ווייל דורך לערנען תורה ווערט מען כביכול איינס מיטן אייבערשטן, דו וועסט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, און דאס וועט דיר פארגרינגערן דאס דאווענען צום אייבערשטן, דו וועסט אנהייבן שפירן א טעם ווען דו דאווענסט, ווייל די סיבה פארוואס עס איז אזוי שווער פאר מענטשן דאס דאווענען איז ווייל די אמונה איז אפגעשוואכט, וואלט מען געגלייבט אז דער אייבערשטער געפינט זיך נעבן דעם מענטש - וואלט מען געדאווענט און געבעטן דעם אייבערשטן אלעס וואס מען דארף, און דורך לערנען תורה ווערט צוריק שטארק די אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#187 - פרענדס טוישן זיך, אבער א מאמע בלייבט א מאמע
כיבוד אב ואם, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, מוהרא"ש, עלטערן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זעט צו העלפן אייער מאמע, עס איז זייער א גרויסע מצוה צו העלפן א מאמע, נישטא קיין גרעסערע זאך פאר א מיידל וואס זיך צו מקבל זיין אדער מאכן עפעס א סגולה וכו' - ווי זיך מקבל זיין צו העלפן מער די מאמע.


איך בעט אייך זייער, זייט נישט ווי די מיידלעך וואס זענען פארנארט מיט פרענדס, יעדע איבריגע מינוט וואס מען האט - רעדט מען מיט פרענדס, מען שפאצירט מיט פרענדס, מען גייט מיט פרענדס וכו'; פרענדס זענען אזוי ווי קליידער, היינט טוט מען עס אן און מארגן לייגט מען עס אין מיסט, אזוי זענען פרענדס, אבער א מאמע בלייבט א מאמע; א מאמע איז די איינציגסטע פרענד, די איינציגסטע זאך וואס בלייבט.


יעצט ווען ענק האבן געהאט א צווילינג למזל טוב דארפט איר מער העלפן, אז אייער מאמע זאל זיך קענען אביסל אפרוען און קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט.


בנוגע וכו'; איך וויל נישט זאגן אנדערש ווי אייער טאטע מאמע, איר האט טייערע עלטערן, און איך גיי נישט זאגן אנדערש וואס זיי זאגן; פרעגט אייערע עלטערן אויב זיי זענען מסכים, און אויב זיי זאגן יא איז גוט איר זאלט עס האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#186 - זאגן שמות הצדיקים אדער תהלים?
תהלים, מוהרא"ש, שמות הצדיקים, אידיש, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא בני ברק


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר פרעגט וואס איר זאלט ענדערש זאגן, שמות הצדיקים אדער תהלים?


ווען איר האט איבריגע צייט זאלט איר זאגן תהלים, און איר זאלט אריינפלעכטן אייערע אייגענע תפילות ביים זאגן תהלים; ווייל אז מען לייגט אריין די אייגענע תפילות ביים זאגן תהילים - איז דאס זייער חשוב אין הימל, אזוי ווי מוהרא"ש האט דערציילט פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו; די תלמידים פונעם בעל שם טוב האבן געפרעגט זייער רבי פארוואס ער רעדט אזויפיל פון דאס גרויסקייט פון די תהילים פון פשוט'ע אידן, זיי פארשטייען נישט וואס זיי זאגן, זיי ווייסן נישט די טייטש פון די ווערטער פון תהלים? האט דער הייליגער בעל שם טוב זיי געזאגט זיי זאלן זיך פארמאכן זייערע אויגן - וועלן זיי שוין פארשטיין; ווען זיי האבן פארמאכט זייערע אויגן האבן זיי געהערט ווי איינער זינגט: "אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים... הייליגער באשעפער העלף מיר, דער פריץ וויל מיך ארויס ווארפן פון מיין דירה, איך האב נישט קיין געלט פאר רענט", און זיי הערן ווייטער א זיסע קול זינגט: "למה רגשו גוים ולאמים יהגו ריק... הייליגער באשעפער איך האב צוטון מיט די גוים, די שכנים, זיי טשעפען מיר, העלף מיר זיי זאלן מיר גארנישט שלעכטס טון", און ווייטער הערן זיי א זיסע קול ווי איינער זינגט: "למנצח מזמור לדוד... רבונו של עולם, העלף מיר אז מיין קו זאל צוריק אנהייבן געבן מילך, לעצטנס קומט נישט קיין מילך"; זיי האבן זיך זייער מחי' געווען צו הערן די זיסע קולות וואס האט זיך געהערט מיט אזא געשמאק, ווען זיי האבן געעפנט זייערע אויגן האט זיי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו גאזאגט: "יעצט פארשטייט איר שוין דאס חשיבות פון די תהילים פון די פשוט'ע אידן? אזוי זיס הערט זיך דאס אויבן אין הימל".


איך וויל אייך בעטן איר זאלט פרובירן צו רעדן אין שולע בית פיגא נאר אידיש, איך ווייס אז עס איז נישט גרינג, ווייל אייער ערשטע שפראך אין שטוב איז נישט אידיש, דאך בעט איך אייך אז אין בית פיגא זאלט איר רעדן אידיש, איך וויל אז ביי אלע מיינע תלמידות זאל זיין אידיש די ערשטע שפראך, ווייל דער רבי האט גערעדט אידיש, מוהרנ"ת האט גערעדט אידיש, און אויך מוהרא"ש איז געווען זיין ערשטע שפראך אידיש; דארפן מיר אלע רעדן אידיש.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף האף איך צו זיין אייער שדכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#185 - בעטן דעם אייבערשטן, און זאגן שמות הצדיקים
מוהרא"ש, עין הרע, תפילה, שמות הצדיקים, סגולה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע די חשש פון עין הרע וכו', איר טראכט אז דאס איז וואס איר מוטשעט זיך ביי יעדע מאל וואס איר ווארט וכו'; איר פרעגט וואס צו טון.


די כלל ביי דעם איז (פסחים קי:): "מאן דלא קפיד, לא קפדי בהדיה", ווער עס מאכט נישט קיין עסק דערפון - אים טוט דאס נישט שאטן; זאלט איר נישט מאכן קיין עסק פון דעם - וועט עס אייך גארנישט שאטן.


מיט דעם אלעם, פלעגט מוהרא"ש זאגן מען זאל פרובירן אויסבאהאלטן ביז ווען מען קען, און אויך שפעטער ווען מען קען שוין נישט אויסבאהאלטן - דארף מען זיך צוריק האלטן פון רעדן מיט חבר'טעס פון דעם, און נאר בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן גרינג און מען זאל האבן ערליכע דורות.


מוהרא"ש זאגט פאר אלע וואס פרעגן פאר א סגולה מען זאל האבן גרינג דאס קינד – אז מען זאל זאגן שמות הצדיקים און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב, סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע.


דעריבער איז גוט מען זאל זאגן כסדר די נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען זאגן די תפילה: "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#184 - מען קען זיין נאנט מיט'ן הערן שיעורים און ליינען די בריוו
מוהרא"ש, עצתו אמונה, ראש ישיבה, קונטרסים, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן דיין טאכטער ... תחי' זאל האבן א רפואה שלימה און ענק זאלן שוין קענען אהיים גיין פון שפיטאל.


בנוגע וואס דו פרעגסט ווען איך קום קיין ארץ ישראל; איך האב געפלאנט צו קומען יעצט חשון, אבער ביז דערווייל האב איך נאכנישט קיין פלענער, איך קען נישט אויף די מינוט איבערלאזן מיין ווייב מיט די פיצליך קינדער, איך דארף העלפן אין שטוב.


די פראבלעם איז אז איך בין צו יונג געווארן א ראש ישיבה, געווענליך ווערט מען א ראש ישיבה ווען מען איז שוין עלטער, מען האט שוין נישט אין שטוב פיצליך קינדער, דעמאלט קען מען פארן, גיין און קומען, איך קען דאס נישט טון; פארן, גיין און קומען, איבערלאזן די ווייב מיט פיצליך קינדער, איך דארף זיין אין שטוב, רחמנות האבן אויף מיין ווייב, איר העלפן מיט די קינדער.


מען קען זיין נאנט דורך הערן די שיעורים אויפן טעלעפאן ליין, און דורך לערנען די וועכנטליכע קונטרסים פון עצתו אמונה; שכל, עצות און חיזוק וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש, דעם רבינ'ס לימודים ווי אזוי זיך צו קענען דערהאלטן אין אלע שווערע זמנים, און עצות אויף יעדע פרט ופרט אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#183 - ביים רבי'ן איז געווען גאר א שטארקע דרך ארץ
דרך ארץ, מוהרא"ש, בית פיגא, מידות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא בני ברק


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך אז איר זענט שוין מער דרך ארץ'דיג, איך האף אז עס איז טאקע אזוי, ווייל עס טוט מיר וויי צו הערן פון לערערינס ווען תלמידות בית פיגא פירן זיך נישט אויף דרך ארץ'דיג, מען רעדט ווען א לערערין רעדט, און מען גייט ארויס פון כיתה אן רשות; דאס טוט מיר וויי, ווייל וויסן זאלט איר, מיר לערנען ביים רבינ'ס שולע, און ביים רבי'ן איז געווען א גאר שטארקע דרך ארץ, מער ווי אין אנדערע פלעצער, ביים רבי'ן האט קיינער נישט געשטופט א צווייטן, עס איז נישט געווען קיין כאפן שיריים, יעדער איז אריבער איידל און גענומען מיט דרך ארץ, מען איז געזיצן מיט א גאר שטארקע דרך ארץ, עד כדי כך אז דער רבי האט זיך אויסגעדריקט: "וואלט דער רוסישער קיסר און דער פוילישער קיסר געוואוסט מיט וואס פאר א דרך ארץ מען פירט זיך ביי מיר - וואלטן אויך זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר", ווייל עס איז געווען גאר א שטארקע דרך ארץ.


איך האף צום אייבערשטן אז עס איז אזוי ווי איר שרייבט אין די בריוו, אז איר זענט שוין זייער דרך ארץ'דיג, און איך בעט אז איר זאלט ווייזן דעם בריוו פאר אייער גאנצע כיתה, אז אלע זאלן וויסן אז ווען מען זיצט שטיל אין כיתה און מען גייט נישט ארויס און אריין אן רשות - מאכט מען מיר א נחת רוח, און מוהרא"ש האט אויך א נחת רוח, ער קוקט אראפ פון הימל און זעט ווי שיין זיין מוסד פירט זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#182 - לֶךְ לְךָ, גיי פאר דיר
עבודת השם, מוהרא"ש, פרשת לך לך, נישט קוקן אויף א צווייטען, אברהם אבינו

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ט' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך איז די פרשה פון 'לך לך' - גיי פאר דיר, פאר דיין טובה; טייטשט מוהרא"ש, דא איז מרומז די עצה פון הייליגן רבי'ן (לקוטי מוהר"ן השמטה, חלק ב), פון "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם" (יחזקאל לג, כד), נישט קוקן אויף אנדערע, נאר קוקן אויף זיך, 'לך לך' גיי פאר דיר.


ווייל יעדער מענטש איז א וועלט פאר זיך; אזוי פלעגט מוהרנ"ת זאגן: "א וועלט מיט וועלטלעך", יעדער מענטש איז אן עולם בפני עצמו, און די העכסטע זאך איז - דינען דעם אייבערשטן ווי עס שיינט פארן מענטש; איינעם שיינט צו דאווענען מער שטייט, און איינעם שיינט צו דאווענען מער בזרירות, אויך ווען עס קומט צו לערנען; פאר איינעם שיינט צו לערנען מער שנעל, און פאר איינעם שיינט צו לערנען מער שטייט, אזוי אויך ווען עס קומט צו זיך מתבודד זיין; פאר איינעם שיינט צו גיין אין א פעלד זיך מתבודד זיין, און פאר איינעם שיינט זיך צו מתבודד זיין אין א פארמאכטע צימער, און פאר איינעם שיינט גאר צו גיין אין גאס און אזוי רעדן צום אייבערשטן; יעדער האט זיך זיין וועג ווי עס שיינט אים זיין עבודת השם, און אזוי אויך ווען עס קומט צו לערנען דעם רבינ'ס ספרים; איינעם שיינט מער צו לערנען 'ליקוטי מוהר"ן', און איינעם שיינט מער די 'שיחות', און אזוי ווייטער; דארף מען שטענדיג וויסן און געדענקען צו קוקן אויף זיך און נישט קוקן אויף א צווייטן, נישט ווערן צעפאלן אז מען קען נישט טון ווי דער צווייטער, ווייל עס איז בכלל נישט אינטערעסאנט צו טון דעם צווייטנ'ס נקודה, אזוי ווי דער הייליגער צדיק רבי ר זושא זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "ווען איך וועל קומען ביים בית דין של מעלה וועט מען מיר נישט פרעגן און פארהאלטן פארוואס איך האב נישט געדינט דעם אייבערשטן אזוי ווי מיין ברודער דער צדיק רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו, מען וועט מיך פארהאלטן אויף וואס איך האב נישט געדינט אזוי שטארק דעם אייבערשטן ווי איך זושא וואלט געקענט דינען דעם אייבערשטן"; און דאס לערנט אונז דער רבי: 'אחד היה אברהם', אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן מיט די זאך פון 'אחד', ווי ער איז אליין אין די גאנצע וועלט, און זוכט נישט קיינעם נאכצומאכן, נאר דינען דעם אייבערשטן לויט זיין וועג ווי עס שיינט אים און ווי עס גייט אים.


אויך ביי משפחה; וואס דארפסטו זיך פארמעסטן מיט דיין ברודער'ס קינדער, מיט דיין שוואגער'ס קינדער? דאס לעבן איז נישט קיין פארמעסט ווער האט בעסערע קינדער און ווער איז מער מצליח, און נאר אויב די גאנצע משפחה פלאגט זיך און מוטשעט זיך - נאר דעמאלט איז געלונגען דאס וואס איך בין געקומען קיין ברסלב, און אויב אלע גייט גוט וכו' - ווער איך צעמישט וכו'; קוק נישט אויף קיינעם, קוק אויף זיך; דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו ווייסט פון הייליגן רבי'ן און קוק נישט אויף קיינעם, דין דעם אייבערשטן אזוי ווי אברהם אבינו וואס האט אויף קיינעם נישט געקוקט, דעמאלט וועסטו מצליח זיין. אזוי ווי מוהרא"ש האט שטענדיג געזאגט, ער דאנקט דעם אייבערשטן אז ווען ער האט געפונען דעם רבי'ן האט ער קיינעם נישט געקענט, ער האט נאר געקענט די ספרים, אז קיינער זאל אים נישט מאכן קיין חלישות הדעת; אויך דו, אז דו וועסט אויף קיינעם נישט קוקן - וועסטו זייער מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#181 - 'לֶךְ לְּךָ', קוק אויף דיר, קוק נישט אויף אנדערע
מוהרא"ש, הצלחה, פרשת לך לך, נישט קוקן אויף א צווייטען, אברהם אבינו

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מוהרא"ש האט צו אונז אסאך גערעדט פון די ווערטער: "לֶךְ לְּךָ" פון די וואכעדיגע פרשה, אז דער אייבערשטער זאגט פאר אברהם אבינו: "לֶךְ לְּךָ" - גיי פאר דיר; גיי פאר דיין טובה, אז דאס מיינט מען אונז, דאס מיינט מען יעדן איינעם, דער אייבערשטער זאגט דיר: 'לֶךְ לְּךָ', קוק אויף דיר, קוק נישט אויף אנדערע, אין דעם ליגט די סוד פון הצלחה, דו וועסט זוכה זיין צו די ברכות פון: "וְאֶעֶשְׂךָ לְגוֹי גָּדוֹל וַאֲבָרֶכְךָ וַאֲגַדְּלָה שְׁמֶךָ וֶהְיֵה בְּרָכָה, וַאֲבָרְכָה מְבָרְכֶיךָ וּמְקַלֶּלְךָ אָאֹר וְנִבְרְכוּ בְךָ כֹּל מִשְׁפְּחֹת הָאֲדָמָה".


ליבער ברודער, אויב דו ווילסט מצליח זיין אין לעבן, זאלסטו נישט קוקן אויף קיינעם, 'לֶךְ לְּךָ' קוק נאר אויף דיר, דאס איז די סוד פון הצלחה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן השמטה, חלק ב) אויפן פסוק (יחזקאל לג, כד): "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם", אז אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן, "רַק עַל יְדֵי שֶׁהָיָ' אֶחָד", נאר ווייל ער האט אויף קיינעם נישט געקוקט, "רַק כְּאִילוּ הוּא אֶחָד בָּעוֹלָם", ער האט געטראכט 'איך בין איינער אליין' וכו', עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#180 - זיך ווענדן נאר צום אייבערשטן
אמונה, מוהרא"ש, בטחון, אייבערשטער, ישועה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיך איבערבעטן פארן נישט מאכן צייט צו רעדן שוין אזא לאנגע צייט; איך בין גרייט צו רעדן מיט דיר, איך בין גרייט צו מאכן צייט; שרייב מיר ווען דו ווילסט אריבערקומען רעדן.


העיקר זאלסטו געדענקען די לימוד וואס מוהרא"ש לערנט אונז, מיר זאלן זיך ווענדן נאר צום אייבערשטן, מיר זאלן שטענדיג געדענקען אז מיר האבן נאר דעם אייבערשטן, נאר ער קען אונז העלפן, נאר ער וועט אונז העלפן.


געדענק, יש עניין שנתהפך הכל הכל לטובה, און דער הייליגער תם האט געזאגט (ספורי מעשיות מעשה ט, מחכם ותם): "ביים אייבערשטן איז אלץ מעגליך", עס קען זיין מיט איין אויגן בלינק און מען זעט די ישועה.

#179 - אלע מאכן מיט שוועריקייטן אין לעבן
משניות, מוהרא"ש, נסיונות, חתן, שוועריקייטן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער דערהאלט זיך מיט אלע כוחות, לאז זיך נישט נאך. וויסן זאלסטו, מען פרובירט אויס יעדן איינעם, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קיט), מען פרובירט אויס יעדן איינעם מיט שווערע ביטערע נסיונות, נישטא איינער וואס זאל נישט אריבערגיין שוועריקייטן; פון אינדרויסן זעט אויס ווי עס גלאנצט פאר יעדן, אבער יעדער איינער מאכט מיט, אפילו די רייכע מענטשן, די שטארקע, די געלונגענע - אלע מאכן מיט שוועריקייטן אין לעבן; איין עצה איז דא, אנטלויפן צום אייבערשטן און אנטלויפן צו די תורה.


זע צו זאגן יעדן טאג משניות, מוהרא"ש האט מקובל פון אנשי שלומינו, דאס וואס דער רבי זאגט אין שיחות הר"ן (סימן יט), אז ווער עס וועט לערנען יעדן טאג כך וכך, אפילו ער זינקט אין די טומאה, ער טוט עבירות - וועט ער ווערן אן ערליכער איד; זאגט מוהרא"ש, דאס מיינט מען ח"י פרקים משניות, אויף דעם זאגט דער רבי אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


זיי פרייליך, נאך אביסל ביסטו א חתן; דראפע זיך און דערהאלט זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#178 - לאז אפ אלע דמיונות, דיין זאך איז 'הפצה'
הפצה, מוהרא"ש, קירוב, תיקון הברית, ספרי רבינו

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


לאז אפ אלע דמיונות, דיין זאך איז 'הפצה'; גיי פארשפרייטן די הערליכע ספרים, קונטרסים און גליונות, דעם רבינ'ס עצות אויף די שפראך וואס מוהרא"ש האט דאס אראפגעברענגט פאר אונז; סיי דו וועסט האבן שפע און סיי דו וועסט אלעס מתקן זיין. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה", ווער עס וויל פאררעכטן די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - "שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן; מיטן מפיץ זיין די הייליגע ספרים פון רבי'ן, און מיטן געבן צדקה צו דרוקן.


מאך זיך נישט צו טון פון קיינעם, קוק נישט וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט, קוק די ווערטער וואס דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזִי", קום און זע, "כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, ער איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#177 - ביז דיין שידוך קומט, זאלסטו זיך שטארקן מיט התבודדות
בחור, מוהרא"ש, התבודדות, חיזוק, שידוך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אלע כוחות, גיי נישט ארום מיט עצבות, גלייב אז דער אייבערשטער האט פאר דיר אויך אנגעגרייט א שידוך, און ביז דיין שידוך קומט - זאלסטו זיך שטארקן מיט התבודדות, און אז דו פאלסט וכו' - זאלסטו זיך אויס'טענה'ן צום אייבערשטן אז דו שפירסט ווי דו האסט נישט די מעגליכקייט צו זיין אפגעהיטן וכו' וכו', און וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער האט ליב ווען מען טענה'ט זיך אויס כביכול מיט אים, און מען בעט אים ער זאל מוחל זיין; ספעציעל בחורים וואס זיי זענען אזוי צעבראכן ביי זיך, קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף זיי, זיי ווילן חתונה האבן, זיי ווילן זיין אפגעהיטן און ריין און עס גייט זיי נישט, און וויפיל זיי בעטן זיך: 'טראגט אונז אן א שידוך', 'רעדט א שידוך' - גלייבט זיי קיינער נישט, מען מיינט אז זיי מאכן זיך וכו'; קיינער ווייסט נישט וואס א בחור גייט אריבער, נאר די אמת'ע צדיקים - זיי טענה'ן פאר די בחורים פארן בית דין של מעלה, אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט שטענדיג זאגן: "איך וועל טענה'ן אויבן אין הימל פארן בית דין של מעלה אז בחורים זענען נישט שולדיג, בחורים זענען וואויל, דאס וואס זיי פאלן אין עבירות, זיי זענען פוגם אין פגם הברית, זיי פאלן אראפ אין עֲשָׂרָה כִּתְרִין דִמְסָאֲבוּתָא - דאס איז ווייל זיי דארפן חתונה האבן, מען קען זיי נישט געבן קיין עונש".


איך וועל דיך נישט לאזן פאלן, איך וועל דיך שטענדיג מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#176 - וואס קוקסטו אויף יענעם?
חיזוק פאר פרויען, הכרת הטוב, קנאה, מוהרא"ש, ווייב

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


וואס קוקסטו אויף יענעמ'ס לעבן? וואס ווייסטו וואס יענער גייט אריבער? עס איז אזא נארישע זאך צו מקנא זיין א צווייטן, גיי שריי צום אייבערשטן דו זאלסט נישט קוקן אויף אנדערע און זיך אויפעסן די יארן; מוהרא"ש דערציילט, מען האט אמאל געהערט ביים רבינ'ס ציון ווי איינער וויינט און חזר'ט אויפן קול די משנה (אבות ד, כא): "הַקִּנְאָה וְהַתַּאֲוָה וְהַכָּבוֹד מוֹצִיאִין אֶת הָאָדָם מִן הָעוֹלָם", מקנא זיין, און תאוות, און גליסטן כבוד, די דריי זאכן נעמט אוועק דעם מענטש פון די וועלט; ער האט געוויינט ביים ציון: "רבונו של עולם, צוליב אביסעלע קנאה, צוליב אביסעלע תאוה און אביסעלע כבוד - זאל איך פארלירן די וועלט און יענע וועלט? רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר איך זאל זיין ריין פון די זאכן, איך וויל נישט פארלירן די וועלט און יענע וועלט", און ווען אנשי שלומינו האבן געהערט זיינע בכיות האבן זיי אויך אנגעהויבן וויינען, און אלע האבן געבעטן און געוויינט מען זאל זיין ריין פון די זאכן.


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל נישט קוקן אויף אנדערע, זיץ מיט איר און רעכנט אויס אינאיינעם די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט ענק, און חזר'ט: 'עס איז נישטא וועם צו מקנא זיין', און ווען זי הייבט אן רעדן פון דעם און פון יענעם זאלסטו איר שיין זאגן: "'נישטא וועם צו מקנא זיין", און וואס ווייסן מיר וואס גייט אריבער אויף יענעם; פרויען דארפן מער חיזוק אויף דער נקודה, די הייליגע חכמים זאגן (מגילה יג.): "אֵין אִשָּׁה מִתְקַנְּאָה אֶלָּא בְּיֶרֶךְ חֲבִירְתָּהּ", א פרוי האט קנאה אויף א חבר'טע, און מיט די חיזוק פון רבי'ן גייט אוועק די קנאה.


שוין פון פאר ראש השנה איז נישט געווען א פרויען צאמקום, מארגן וועט אם ירצה ה' זיין, זע צו בלייבן אין שטוב אכטונג געבן אויף די קינדער, אז דיין ווייב זאל קענען גיין נעמען חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#175 - שיינע גרוס פון די קינדער און אייניקלעך
צניעות, דרך ארץ, מוהרא"ש, נחת, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב פאר אייך א שיינע גרוס פון אייערע קינדער און אייניקלעך, איך בין געווען זומער און גאנץ חודש תשרי אין קרית ברסלב ליבערטי, איך האב געזען אלע אייערע קינדער, זין און איידעמער, ווי שיין זיי פירן זיך מיט דרך ארץ און יראת שמים, איך האב דאס זייער באוואונדערט, צו זען אזעלכע טייערע וואוילע חסידי'שע אינגעלייט, אויך די שטוב פירן זיי בצניעות, בקדושה ובטהרה, אלע שנירן און טעכטער פירן זיך ערליך, אלע שערן זיך די האר, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, אלע גייען אנגעטון איידל.


בלייבט איבער נאר צו ווינטשן, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט ווייטער זען ערליכע אידישע נחת ביי זיי, און אויך ביי די אנדערע קינדער וואס זענען נאכנישט מקורב, אלע זאלן אויפשטעלן ערליכע הייליגע דורות פארן אייבערשטן, אמן.

#174 - ת'הא ש'נת פ'לאגן ז'ייער, ת'הא ש'נת פ'לאגן ז'יסע
מלמדים, מוהרא"ש, חינוך, יסורים, מלמד

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, מאנסי


זאלסט חס ושלום נישט אפלאזן דיין הייליגע ארבעט פון זיין א 'מלמד'; דו האסט אזוי שיין מצליח געווען אלע דיינע יארן, איך האב צוריק געהערט אזעלכע שיינע גריסן פון עלטערן און תלמידים פון אלע דיינע יארן; איז א שאד אז דו האסט אזעלכע מחשבות פון אפלאזן, און אז דו האסט די יאר באקומען א כתה וואס איז אביסל שווערליך – איז דאס נאר א נסיון פאר דיר, און מיט די הקדמות און שכל וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ווי אזוי צו קוקן אויף קינדער און ווי אזוי צו רעדן צו זיי מיט גרויס ליבשאפט – וועסטו עס יא קענען מאכן ארבעטן.


וויסן זאלסטו, אז עס איז באשערט א יאר פון זיך פלאגן און מוטשען – קען מען פון דעם נישט אנטלויפן, און אז מען וועט אפלאזן די מלמדות, ווער ווייסט וואס פאר א פלאג וועט קומען חס ושלום? מען קען מאכן אנשטאט זיך 'זייער פלאגן', קען מען מאכן 'זיסע פלאגן'; דאס איז מרומז אין די יאר תשפ"ז, ביי איינעם איז ת'הא ש'נת פ'לאגן ז'ייער, און ביי איינעם איז עס ת'הא ש'נת פ'לאגן ז'יסע; דאס קענסטו טון, דאס איז תלוי אין דיר, צו נעמען די פלאג און דאס אריינלייגן אין די תלמידים, אריינלייגן אין זיי אמונה, קדושה, יראת שמים; א זיסע פלאג.


טראכט גוט איבער וואס איך שרייב דיר, און בלייב א מלמד.

#173 - א שטארקער איז דער וואס הייבט ער זיך אלץ צוריק אויף
אמונה, אומאן, מוהרא"ש, אשר בנחל, חיזוק

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, מאנסי


א זיסע יאר פאר דיר און פאר דיין משפחה; איך האב דיך נישט געזען די יאר אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס קיבוץ, איך האף אלעס איז ביי דיר גוט, איך האף דו ביסט שטארק אין עבודת השם, זיך נישט נאכלאזן, און זיך כסדר באנייען, מוהרא"ש האט אונז געלערנט, א שטארקער מענטש איז נישט איינער וואס פאלט קיינמאל נישט, א שטארקער מענטש איז איינער וואס וויפיל מאל ער זאל נאר פאלן – הייבט ער זיך אלץ צוריק אויף כאילו לא הי', ער הייבט אן פונדאסניי.


ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך, והעיקר האב נישט קיין שום קשיות און טענות אויפן אייבערשטן, גלייב באמונה שלמה אז אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר און דיין ווייב איז פאר דיין טובה, ווייל דער אייבערשטער מאכט נישט קיין שלעכטס, אלעס איז פאר די טובה, פאר די עתיד און נצחיות – פונעם מענטש.


מאך זיך א שיעור צו לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, בפרט ספר הקדוש אשר בנחל, די זיסע בריוון פון מוהרא"ש וואס איז תמציות פון הייליגן רבינ'ס ספרים, דאס וועט אויפבויען דיין אמונה, דו וועסט ווערן פרייליך, דו וועסט שפירן דעם אייבערשטן, ווייל מיט אמונה ווערט אזוי זיס און ליכטיג, מען שפירט די איינגענעמע לויטערע ליכטיגע אמונה.


שרייב מיר מפעם לפעם, וועסטו מיך מחי' זיין.

#172 - משניות נעמט אראפ אלע איינגעגעסענע שמוץ פון די נשמה
משניות, אומאן, מוהרא"ש, יראת שמים, פרייליך

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה, דריטע אות פון שם הוי"ה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב אזוי הנאה געהאט דיך צו זען אין אומאן, איך האב זיך אזוי געבענקט צו דיר, איך האב געזען אויף דיר אז דו ביסט פרייליך; איז דאס א באווייז אז דו ביסט מיט יראת שמים.


איך פריי זיך אז דו האסט מיר קלאר געמאכט ביים רעדן פריוואט וכו' וכו'; איך בין געווארן רואיג.


שטארק זיך בלימוד התורה אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, מוהרא"ש זאגט אז משניות איז סטי"ל ווא"ל פאר די נשמה, און אזוי ווי סטי"ל ווא"ל נעמט אראפ די איינגעגעסענע שמוץ פון כלים, אזוי אויך נעמט משניות אראפ אלע איינגעגעסענע שמוץ פון די נשמה.


שרייב מיר יעדע וואך א בריוו, איך וויל האבן קשר מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#171 - שוין צייט אראפצוגיין פון אלע גרופס
משניות, טעלעפאן, מוהרא"ש, חתונה, ח"י פרקים משניות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה, דריטע אות פון שם הוי"ה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


החתן ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט לערנען די הייליגע תורה, זיי ממשיך מיטן לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות; מוהרנ"ת זאגט (שיחות הר"ן סימן קפה): "לכמה אנשים צוה לומר ח"י פרקים משניות בכל יום", דער רבי האט געהייסן אסאך פון אנשי שלומינו זאלן זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות; זאגט מוהרא"ש, איז דאך גוט זיך אריין צו שטעקן דעם קאפ און זיין פון רבינ'ס לייט וואס טוען וואס דער רבי האט געזאגט.


איך וויל דיר בעטן עפעס, יעצט אז דו גייסט חתונה האבן זאלסטו זיך אפלאזן פון די נארישע זאכן פון כאפן בילדער און לייגן אויף גרופס, טו אויס די קינדערישע נארישע שיך, עס איז נישט גוט צו זיין אויף גרופס, אויך הער איך פון דיינע חברים אז דו ביסט אזוי אריינגעטון אין דעם אז דו ביסט ממש נישט ביי זיך, דיין קאפ איז מער אינעם טעלעפאן, און אז דו גייסט יעצט חתונה האבן - איז גוט דו זאלסט אפלאזן די גרופס; גיי אראפ פון יעדע גרופ, אנגעהויבן פון ישיבה גרופ, חברים גרופ, נאנטע חברים גרופ, און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#170 - פרעג יעדע זאך צו וויסן וואס איז ריכטיג
חברים, מוהרא"ש, מוסר, לימוד התורה, פרעג איינעם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


ליבער ... נרו יאיר


איך האב דיך ליב און איך וויל דו זאלסט מיך פרעגן דיינע שאלות, פרעג יעדע זאך צו וויסן וואס איז ריכטיג, און האב נישט מורא פון באקומען מוסר; אז דער ראש ישיבה געבט מוסר - איז דאס נאר פון ליבשאפט, אז מען וויל בעסער ווערן וכו'.


ווער נישט פאר'כישוף'ט פון חברים וואס היינט זענען זיי דיינע חברים און מארגן וועלן זיי לאכן פון דיר, און אז דו האסט איבריגע צייט - זאלסטו לערנען חומש, משניות, גמרא און אזוי ווייטער.


ליבער ברודער, זאלסט שטענדיג געדענקען וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "א מענטש האט קיינעם נישט אויף די וועלט, נאר דעם אייבערשטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.